מאנהעטן – די פאליציי אין ניו יארק סיטי האט ארויסגעגעבן א געמאלן בילד פונעם געזוכטן פארשוין, וועלכער האט זיך פארשטעלט ווי א פאליציי אפיציר אין דער בראנקס. ווי די פאליציי זאגט, האט דער פארשוין און נאך איינער זיך ארומגעדרייט אין בעיטשעסטער, בראנקס, מיט גאנס און פאליציי-בעדזשעס, און זענען איבערגעפאלן אן עלטערן מענטש און יענעם ארויסגעווארפן פון זיין קאר. פארלייפיג האט די פאליציי באוויזן צוזאמצושטעלן די מאלעריי פון איינעם פון די פארשוינען, און זיי בעטן הילף יענעם צו אידענטיפיצירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל