פיאנגיענג - דער צפון קארעאר דיקטאטור, קים יאנג אן, האט פארארדענט א הויכראנגיקן גענעראל צו טויט שטראף, וויבאלד ער האט געגעבן מער עסנווארג פאר זיינע זעלנער, ווי ס'איז געווען ערלויבט. גענעראל היאן דזשו סאנג איז באשולדיגט געווארן, אז ער האט פארארדענט 2 טויזנט פונט ברענשטאף, 1300 פונט רייז און 1600 פונט קארן, פאר מיליטערישע אפיצירן, וואס איז פיל מער ווי דער ארטיגער רעזשים לאזט. דער רעזשים זאגט אז דערמיט האט ער פארלעצט עטליכע געזעצן, און ער איז געגאנגען קעגן די רעגירונג, וואס דעריבער האט דער פירער קים יאנג אן פארארדענט אים אומצוברענגען.
הוסף רשומת תגובה