ארץ ישראל - 18 ראקעטן זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אין די נאכאנאנדע אטאקעס פון כאמאס טעראריסטן וועלכע צילן אויף די דרום געגענטער אין די לעצטיגע אנגעצויגענע תקופה. פיר פון די ראקעטן זענען אויפגעכאפט געווארן דורך די "אייראן דאום" מיסיל פארטיידיגונג סיסטעם וואס האט דאס אראפגעשאסן און אומשעדליך געמאכט, און די אנדערע זענען געפאלן אויף ליידיגע געביטן. עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום געשעדיגטע אדער שאדנס אין די ראקעטן שיסעריי, און די מדינת ישראל פארטיידיגונגס קרעפטן האבן אטאקירט אכט כאמאס צילן אין עזה אין רעאקציע צו די שיסעריי.

די ראקעטן שיסעריי איז געקומען אלס רעאקציע צו די אטאקעס פון די מדינת ישראל מיליטער אויף דריי טעראר צילן אין די מיליטערישע הויפטקווארטירן פון די כאמאס ארגאניזאציע אין דרום עזה פאס. די אטאקעס איז געקומען אלס רעאקציע צו די פילצאליגע קייט טעראר אטאקעס, אין וועלכע פילצאליגע שטחים אין ארץ ישראל איז געווארן אונטערגעצינדן אין פייער.

אין א באזונדערע אינצידענט איז אן אויפרייס פעקל געווארפן געווארן אין ריכטונג פון די מערת המכפלה אין חברון, וואס האט אויפגעריסן אין א גרויס גערויש, אבער בחסדי ה' איז נישט געווען קיין אידן אויפן פלאץ און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל