יבנה - די קרייז געריכט אין יבנה האט פאראורטיילט צו 22 יאר טורמע דעם אראבישן טעראריסט וועלכער האט דערשטאכן א איד דעם פארלאפענעם יאר אין א סופערמארקעט אין יבנה. דער טעראריסט האט אטאקירט דעם סופערמארקעט ארבייטער אינמיטן זיין ארבייט, מיט א מעסער וואס ער האט צוגערויבט פון די געשעפט. דער איד האט געליטן שווערע וואונדען אין זיין ברוסטקאסטן, האנט און האלז. טראץ די שווערע וואונדען האט דער איד אים אראפגעהאלטן ביז הילף איז געקומען. דער איד האט ברוך השם איבערגעלעבט און זיך ערהוילט פון זיינע וואונדען.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל