הויכראנגיקער עף-בי-איי אגענט פיטער סטראוק איז ארויסגעפירט געווארן פון די עף-בי-איי הויפטקווארטיר מיט אן "עסקארט"; עף-בי-איי דירעקטאר 'רעי' זאגט אז די עף-בי-איי וועט מער נישט באגיין די מיסברויכן וואס ווערן דערמאנט אינעם איי.דזשי. רעפארט

בילד




לויט באריכטן פון אינערהאלב דער עף-בי-איי, און איז נאכדעם אויך באשטעטיגט געווארן דורך זיין אייגענע לויער, איז דער אלעמען באקאנטע הויך ראנגיקע עף-בי-איי אגענט פיטער סטראוק, ארויסגעפירט געווארן פונעם עף-בי-איי הויפטקווארטיר מיט א ספעציעלע 'עסקארט', דורך קאונטער אינטעלעדזשענס אפיצירן, נאכדעם וואס דער 'עטיקס' אפיציר אינערהאלב דער עף-בי-איי האט באשלאסן, אז עס איז נישט מער פאסיג אז סטראוק זאל ווייטער ארבעטן אין די עף-בי-איי, נאך דעם וואס דער איי-דזשי באריכט איז ערשינען פאריגע וואך און האט אויפגעדעקט זייער מיאוסע מעסעדזשעס אקעגן פרעזידענט טראמפ. דער עטיקס קאמיטע האט געשריבן און איר החלטה, אז קען נישט זיין אזא זאך, אז אין דער עף-בי-איי זאל ארבעטן איינער וואס האט נישט קיין צוטרוי אינעם 'קאמאנדיר אוו טשיף'. סטראוק'ס לויער האט שפעטער באשטעטיגט די נייעס, זאגענדיג אז נעכטן שפעט נאכמיטאג האבן צויי קאנטער אנטעלידזשענס אפיצירן אנגעקלאפט אין סטראוק'ס אפיס, און אים געבעטן אז ער זאל זיי נאכפאלגן, ארויסקומענדיג פונעם געביידע האבן די צוויי אוועקגענומען פון אים זיין איינטריט קארטעל צו דער געביידע, און אים פארשפראכן אז זיי וועלן אים נאכשיקן זיינע פריוואטע זאכן צו אים אהיים. דאס איז די ערגסטע אופן ווי אזוי א עף-בי-איי אגענט קען ענדיגן זיין דינסט אינערהאלב די ארגעניזאציע.

אין אנדערע נייעס האט דער יעצטיגער דירעקטאר פון דער עף-בי-איי, דירעקטאר 'קריס רעי' נעכטן אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ פאר אומצאליגע נייעס סטאנציעס, ווי ער האט אדרעסירט דער נארוואס ערשינענע איי.דזשי. באריכט, און דירעקטאר רעי האט הייס פארשפראכן אז ער וועט זיך אמת'דיג אפלערנען פונעם רעפארט, און ער וועט שטארק פארבעסערן די גאנצע עף-בי-איי אגענטור. "איך וועל גרינטליך אפלערנען דעם רעפארט, און איך וועל מער נישט צולאזן אז מיר זאלן נאכאמאל באגיין אזעלכע סארט טעותים, און סיי וועלכע מיסברויכן, און אוודאי עטישע מיסברויכן, וועלן נישט האבן קיין פלאץ אין מיין אגענטור. 'דירעקטאר רעי' האט אבער ווידערהאלט, אז דער באריכט האט נישט קלאר באשולדיגט אז די עף-בי-איי האט טאקע בכוונה דורכגעפירט פאליטישע אפעראציעס.

אויסער די שקר וואס ליגט אין אזעלכע רייד, איז דאס פאליטיש אויך א שטיקל חידוש, ווייל מיט דעם גייט ער אקעגן אומצאליגע 'טוויט'ס' פונעם פרעזידענט אליין, און ווי מיר ווייסן טוט נישט געווענליך דער פרעזידענט דולדן אזעלכע סארט זאכן, און דאס מיינט אז 'רעי' שטעלט איין זיין פאזיציע לטובת די רעפאטאציע פון זיין אגענטור.

אבער עס קען זיין אז 'רעי' ווייסט ביי זיך, אז קיינער קויפט סיי ווי נישט אפ די דאזיגע פוסטע ליצנות, און מילא וועט דער פרעזידענט פארשטיין אז ער האט געמוזט פארטיידיגן זיין אגענטור.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל