ספעציעלע קאונסיל צום מיטל מזרח 'דשעיסאן גרינבלאט' מיט פרעזידענט טראמפ'ס סיניאר עדווייזער 'דזשעראד קושנער' זענען אפגעפארן פאר א באזוך צום מיטל מזרח; האבן נעכטן אפגעהאלטן א באזוך מיטן קעניג אבדולא פון ירדן
דער ספעציעלע קאונסיל פאר אלע מיטל מזרח אנגעלעגנהייטן און ראטגעבער פאר פרעזידענט טראמפ דשעיסאן גרינבלאט, צוזאמען מיטן פרעזידענט'ס איידעם און סיניאר עדווייזער פארן פרעזידענט דזשעראד קושנער האבן נעכטן אנגעהויבן א לענגערע באזוך צום מיטל מזרח ראיאן, ווי זיי וועלן - צווישן אנדערע - באזוכן אין ירדן, מצרים, סאודי אראביע, און אין מדינת ישראל. זיי וועלן נישט אפהאלטן קיין געשפרעכן מיט די פאלעסטינער, צוליב דער פאלעסטינער חרם אויף אמעריקאנע דיפלאמאטן, אבער דער אמעריקאנע דעלעגאציע האט איבערגעלאזט פלאץ אינעם סקעדשועל, אז אויב עס וועלן זיך מאכן לעצט מינוטיגע קלימאט טוישינגען מיט די פאלעסטינער, און די געמיטער וועלן זיך אנווארעמען, וועט זיין פלאץ אינעם סדר היום זיך צוטרעפן מיט זיי אויך.
גרינבלאט מיט קושנער קומען אן צום מיטל מזרח, פארצושטעלן פרעזידענט'ס טראמפ מייסטער פלאן פאר די צוקונפטיגע אויסקוק אינעם מיטל מזרח, און בעיקר פארצושטעלן אמעריקע'ס מאפע פאר די איזראעלישע – פאלעסטינער סכסוך, וואס דאס איז דאך דער הויפט 'כאפ' פונעם מייסטער פלאן פארן מיטל מזרח. אמעריקע וועט פארשטעלן זייער פלאן פאר די ירדנ'ער קעניגרייך און פאר די מצרי'שע רעגירונג, און ווי אויך פאר דער סאודי אראביע קרוין פרינץ 'בין סאלמאן', וועלכע איז היינט דער 'דע פאקטא' קייזער אינעם אראבישן וועלט. אמעריקע האפט אז טראץ דער פאלעסטינער חרם אויף סיי וואס עס שמעקט נאר פונעם טראמפ אדמיניסטראציע, דאך האפט אמעריקע אז אויב זייער פלאן וועט ווערן שטארק אינדארסירט און פאראויסגעשטופט דורך אלע ארומיגע אראבישע גרויסמאכטן, וועלן די פאלעסטינער נישט האבן קיין ברירה, און וועלן זיך מוזן ברעכן צום אונטערנאציאנאלע דרוק פון זייערע אייגענע אראבישע לענדער. און ווער רעדט נאך אויב די אראבישע לענדער וועלן זיך דירעקט ווענדן צו פרעזידענט אבאס און שטרענג פארלאנגן אז ער מוז אנעמען דעם פלאן, דאן וועט ער לכאורה זיכער עס נישט קענען אפווארפן. ווי האט א געהילף פאר דשעיסאן גרינבלאט געזאגט די וואך, "הלואי זאלן מיר האבן אזא גרינגע פעלד מיט די איזראעליס ווי מיט די פאלעסטינער".....
דער עצם 'מייסטער פלאן' זעלבסט איז נאך אפיציעל א גרויסע סוד, אבער פארשידענע דעטאלן פון דעם זענען שוין ארויסגערינען צו דער פרעסע. דער פלאן באשטייט פון פרעזידענט טראמפ'ס איבערצייגונג, אז מען מוז מיט כוח ארויסרייסן די צדדים פון זייערע אלטע איינגעגעסענע פאזיציעס. טראמפ האט אויסגערעכנט אז די איזראעליס וועלן בשום אין אופן נישט אויפגעבן אויף ירושלים, דעריבער האט ער דאס אראפגענומען פונעם פארהאנדלונגס טיש, אבער פון דער אנדערע זייט וועט ער יעצט קענען גרינגער פארהאנדלען מיט די איזראעליס, אויף בעסערע תנאים פאר א צוקונפטיגע פאלעסטינע לאנד באזירט אויף די מערב ברעג שטחים. טראמפ מיט זיינע געהילפן האבן אויסגערעכנט אז פאר די פאלעסטינער איז וויכטיגער צו האבן א אייגענע לאנד, און וועלן בשעת הדחק אראפשלונגען אז זיי האבן נישט ירושלים, עפעס וואס די איזראעליס וואלטן זיי סיי ווי נישט געגעבן. נעכטן, קאנפערירנדיג מיט קעניג אבדולא פון ירדן איבער די אישו, האבן די צוויי טאקע שטארק געבעטן פונעם קעניג ער זאל לייגן זיין גאנצע געוויכט, אז די פאלעסטינער זאלן אויפהערן מיט זייער נארישע חרם אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, און זאלן זיך צוכאפן צו דער איינמאליגע געלעגנהייט פון א אמת'ע שלום אין מיטל מזרח.

הוסף רשומת תגובה