טערקיי – דער אויטאקראטישער טערקישער פרעזידענט, ראסיפ ערדואן, האט נעכטן דערקלערט זיג, זאגנדיג אז די וואל רעזולטאטן צייגן, אז ער האט געוואונען ווידערוויילונג אלס פרעזידענט, און אז זיין פארטיי האט געוואונען א מאיאריטעט אינעם פארלאמענט. שרייבנדיג די שורות זענען שוין אביסל מער ווי העלפט פון די שטימען געווען אפגעציילט, און עס צייגט טאקע אז ערדואן און זיין פארטיי האבן א מאיאריטעט, דערלאנגענדיג א דורכפאל פאר דער אפאזיציע וועלכע האט פרובירט אים אנידערצוזעצן פונעם בענקל.
איין פאזיטיווע אנטוויקלונג פון די וואלן איז דער פאקט וואס די פרא-קורדישע "עיטש-די-פי" פארטיי האט געוואונען גענוג שטימען צו האבן זיצן אינעם פארלאמענט, וואס מיט דעם וועלן זיי קענען מאכן קאפ-ווייטאג פאר ערדואן.

הוסף רשומת תגובה