בערלין – פאליציי אין דייטשלאנד זאגן אז אמווייניגסטנס 25 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, 4 פון זיי גאר ערנסט, ווען א מאסיווער אויפרייס האט פארניכטעט א געביידע אין דער שטאט וואפערטאל אין מערב דייטשלאנד. פאליציי זאגט אז דער אויפרייס אינמיטן דער נאכט האט אויפגעטרייסלט די געביידע מיט א מאכטפולן גערודער, ווי נעכטן ברייט באריכטעט, דערשרעקנדיג איינוואוינער אין די גאסן ארום, אלע זענען ארויסגעקומען אויף דער גאס און א פאניק איז אנטשטאנען. די פאליציי ווייסט נאך דערווייל נישט וואס עס האט געברענגט דעם אויפרייס, אבער זיי זאגן אז די פייערלעשער האבן געהאט שוועריגקייטן מיט'ן פארלעשן דאס פייער, ווייל די געביידע איז צוזאמגעפאלן איין שטאק נאכ'ן אנדערן, און ברוכווארג זענען געפלויגן איבעראל. עס איז נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז ס'איז געווען א טעראר אטאקע.
הוסף רשומת תגובה