בערלין - 25 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, פיר ערנסט, ווען א אויפרייס האט פארניכטעט א אפארטמענט בילדינג אין די מערב דייטשע שטאט וואָפּאַרטאַל (Wuppertal).

בילד


די פאליציי גיט איבער אז די אויפרייס האט אויפגעשאקלט די בילדינג פון עטליכע שטאקן נעכטן אין די שפעטע אווענט, מיט א הויכע זעץ, דערשרעקענדיג אלע ארום. די אויפרייס אויז געווען אזוי מעכטיג, אז עס האט צושטערט די בוידעם און די אויבישטע דריי שטאקן.

דאן האט אאויסגעבראכן א פייער אויף עטליכע טיילן פון די בילדינג, און פייערלעשער האבן זיך געמוטשעט צו קאנטראלירן די פלאמען, צוליב וואס טיילן פון די בילדינג האבן געהאלטן אין איין צוזאמפאלן. זיי האבן באוויזן צו ראטעווען פיר ערנסט-פארוואונדעטע מענטשן און זיי אפגעשיקט צו א שפיטאל. נאך 21 זענען געווען לייכט פארוואונדעט, און זענען באהאנדלט געווארן אויף די סצענע.

די פאליציי פארשט די אורזאך פאר די אויפרייס.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל