קאנעטיקוט – אן 800 פונטיגער און 11 פיסיגער לאנגער לעפל, געמאכט פון אייזן, איז אראפגעשטעלט געווארן פארנט פון די הויפטקווארטירן פון דער "פורדאו" פארמאסוטיקל פירמע, אלס טייל פון א סימבאלישן פראטעסט איבער דעם וואס די פירמע שפילט א ראלע אין פארשפרייטן די געפארפולע סארט "אפיאידס" מעדיצינען פאר פאציענטן איבער'ן לאנד. די פירמע שטייט אויס קלאגעס אין עטליכע סטעיטס פאר איר ראלע אינעם אפיאידס קריזיס, וועלכע ברענגט אום טויזנטער אמעריקאנער בירגער יערליך, און דער אקטיוויסט דאמעניק עספאזיטא האט געוואלט אויסדרוקן זיין פראטעסט קעגן דער פירמע דורכ'ן אראפשטעלן דעם גרויסן לעפל, צו סימבאליזירן א לעפל מיט וועלכע מען נעמט מעדיצין. עספאזיטא איז אבער ארעסטירט געווארן פאר "טרעספעסינג" און די פאליציי האט אוועקגעפירט דעם גרויסן לעפל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל