בעיזשינג – אן אמעריקאנער שפיאנאזש באריכט זאגט, אז אין יאר 2025, וועט כינע האבן די וועלט'ס מאכטפולסטע נעווי סארט גאן אין דער וועלט, און זי וועט עס שוין האבן גרייט צום באנוץ. די כינעזער נעווי'ס גאן וואס זיי אנטוויקלען יעצט, איז אן עלעקטרא-מאגנעטישע וואפן, וואס שיסט ארויס שטראלן און קען פארניכטן גאנצע עלעקטריק סיסטעמען פון ריזיגע געגנטער אויפאמאל. רוסלאנד, איראן און אמעריקע זוכן שוין לאנגע יארן צו אנטוויקלען אזא סארט וואפן, און עס זעט אויס ווי כינע האט זיך דערכאפט פון יעדן און האלט נאענט צו האבן אזוינס פארטיג. די כינעזער עלעקטרא-מאגנעטיק גאן וועט קענען צילן ביז 124 מייל ווייט, אין בלויז 90 סעקונדעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל