מאנהעטן – דער פארשוין וואס האט פאראיאר דורכגעפירט די קאר אטאקע אויפ'ן וועסטסייד הייוועי אין מאנהעטן, האט געשריגן אין געריכט אז ער האט עס געטאן פאר אללא און אייסיס. סעיפולא סעיפּאוו איז געברענגט געווארן אין געריכט, וואו א ריכטער האט געזאגט אז זיין פראצעס וועט זיך אפיציעל אנהייבן אום אקטאבער 7 יאר 2019, און סעיפאוו האט זיך גענומען שרייען אז ס׳גייט אים נישט אן. סעיפאוו איז איבערגעהאקט געווארן דורך א פראקוראר, און דער ריכטער האט דערמאנט פאר סעיפאוו אז אלעס וואס ער רעדט, וועט גענוצט ווערן קעגן אים, אבער סעיפאוו האט געזאגט ווייטער אז עס מאכט אים נישט אויס, און האט ווידערהאלט אז ער האט דורכגעפירט די אטאקע גרויס צו מאכן דעם פון אייסיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל