פון י.ב. פעלדמאן

קרית יואל – תלמידי וחסידי טאהש אין קרית יואל גרייטן זיך צו די געהויבענע טעג וואס מען וועט מיטלעבן, בזמן שהצדיק בעיר, ווען מען וועט האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין הוד כ"ק אדמו"ר שליט"א, וועלכער קומט צו פארן זיך צו באטייליגן ביי די מעמד  "להתקשר" וועלכע וועלן פארקומען היינט זונטאג פר' בלק הבעל"ט.

די הערליכע רייכע מעמד ווערט אפגעהאלטן היינט זונטאג פר' בלק פון 5:00 מיטאג אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר יוסף פנחס סטראלאוויטש שליט"א, מראשי ק"ק טאהש, וועלכער האט נאך זוכה געווען להיות אכסניא של צדיק מרן רבינו הקדוש מטאהש זי"ע.

א ספעציעלע געלעגענהייט וועט געגעבן ווערן פאר די אלע משתתפים פערזענליך אריין צו גיין אל הקודש פנימה צו רבינו שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו.

תלמידי וחסידי אנ"ש וגדולי הנדיבים וועלן האבן די געלעגנהייט און זכי' מחזק צו זיין דעם רבי'נס מסירת נפש'דיגע פעולות, און אין דעם זכות זוכה זיין אנצוהאלטן דעם קשר מיט'ן הייליגן רבי'ן זי"ע, ולמעלה בקודש, וגדולים צדיקים במיתתן, ממליץ טוב צו זיין און משפיע זיין כל מיני השפעות טובות בגשמיות וברוחניות

בריך מתייך לשלם!

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל