וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן נאכאמאל קאמענטירט איבער דער אנגייענדיגער דעבאטע ארום אימיגראציע אין לאנד, זאגנדיג אז ער וויל מ'זאל עלימינירן דעם גאנצן לעגאלן פראצעדור וואס אומלעגאלע אימיגראנטן דארפן דורכגיין ביים אריינקומען אומלעגאל, נאר אנשטאט וויל ער, מ'זאל זאפארט דעפארטירן יעדן איינציגן אימיגראנט תיכף נאכ'ן אריינקומען אין לאנד.

טראמפ האט געשריבן, "מיר קענען נישט ערלויבן די אלע פארשוינען צו אינוואדירן אונזער לאנד. ווען עמיצער קומט אריין, מוזן מיר באלד, אן קיין ריכטער אדער געריכט פראצעסן, אים צוריקשיקן צום לאנד פון וואו ער איז געקומען. טראמפ האט צוגעלייגט, "מיר קענען נישט אקצעפטירן מענטשן וואס פרובירן זיך איינצוברעכן אין אונזער לאנד. שטרענגע גרעניצן! קיין קרימינאליטעטן!"

לעגאלע עקספערטן האבן אבער אנגעוויזן, אז טראמפ'ס רוף איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע, ווייל געזעצליך קען מען נישט גלייך דעפארטירן עמיצן וואס קומט אריין אומלעגאל, נאר אויב יענער ווערט געשטעלט פאר א פראצעס פארנט פון אן אימיגראציע ריכטער, וואס דארטן קען ער ארויסשטעלן זיינע טענות, און דאס געריכט דארף אורטיילן, צי מ'זאל אים דעפארטירן אדער ערלויבן צו פארבלייבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל