לאנדאן – די וויי געשריי פון הונדערטע אינגעלייט אין בעלי בתים איבער די דירות קריזיס אין סטעמפורד הילל איז א הימל שרייענדיג, די הייזער זענען גאר טייער צו קויפן, די רענט איז שרעקליך טייער, האט הרב קאהאן שליט״א געלייגט א מעלדונג ווער עס איז אינטערעסירט אין א געגנט 15 צו 20 מינוט פון סטעמפורד הילל זאל אים רופן, הונדערטע אידן האבן אים גערופן אין זענען געווען אינטערסירט, ער האט געמאלדן אז ער מאכט אן אסיפה דארט אין ביהמ״ד פון די יונייטעד סיניגאג זונטאג ביינאכט 9 אזייגער.

זונטאג פערטל צו ניין זענען קרוב צו פערציג אידן זיך צוזאמען גענומען אין די ביהמ״ד, די רב הרב קאהאן שליט״א האט געהאלטן א דרשה, מודיע געווען די מעלות פון די פלאץ, אז מען קען גאר בליייבן מיט אלע מעלות פון סטעמפורד הילל אין גאר וואוינען ביליג, דינגען אדער קויפן הייזער אויף א ביליגע פרייז, ווי אויך אלע קינדער קענען ווייטער בלייבן לערנען אין די ביז יעצטיגע מוסדות׳ן, אויב פארגעסט מען צו דאווענען מנחה, קען מען אריין פארן קיין סטעמפורד הילל אז עס נעמט בלויז פופצן צו צוואנציג מינוט, אלע פארזאמעלטע האבן ארום גערעד אין ארום געשמוסט איבער די אלע מעלות, ווי די פרייזן פון די הייזער, די גרויסקייט פון די הייזער וכדו׳, ווי אויך וואס מען גייט ווייטער טוהן.

עס איז צו האפן אז עס וועט זיך אויסארבעטן, יעצט גייענדיג צום דריק קומט ארייין אז צוויי משפחות ציען זיך שוין ארויס אין צוויי וואכן ארום, זיי דינגען ערשט א הויז אין האפן נאכדעם צו קויפן.

בילד




בילד

בילד

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל