דער מענטשן רעכט קאנסיל אינעם יו.ען. האט היינט ארויסגעגעבן א באריכט אין וועלכע זי זאגט אז די רעגירונג קרעפטן אין ווענעצועלע ברענגען אום הונדערטער פון אירע בירגער אין פאליצייאישע איבערפאלן אהן קיין געריכט אורטייל.
זיי ברענגען עדות׳שאפטן איבער פעלער אין וועלכע טרופן פון די מאדורא רעזשים קומען אריין אין היימען און עפענען פייער אויף פאמיליע מיטגלידער אן קיין שום פריערדיגע ווארנונג, און אלאמירן אז דאס לאנד איז ״גענצליך געזעצלאז״ און די מאדורא רעזשים האט זיך צופירט די הענט קעגן אירע בירגער.
ניקאלאס מאדורא, דער דיקטאטור פון ווענעזועלע פרובירט צו אנווארפן טעראר און שרעק אויף די בירגער פון זיין לאנד כדי צו אנהלטן זיין מאכט טראץ די שטייגנדע אומצופרידנהייט פון די בירגער צוליב די שרעקליכע עקאנאמישע צושטאנד און שוידערליכע הונגער וואס פלאגט דאס לאנד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה