אינדיע – איינגעשטעלטע אין א באנק אין גאוואטי, אינדיע זענען שאקירט געווארן צו דערגיין, אז א ראט האט ארויסגערויבט אזויפיל ווי אכצן טויזנט דאלאר פון דער באנק. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין א פיליאלע פון די "סטעיט באנק אוו אינדיע", וואו ארבעטער האבן באמערקט פאר עטליכע טעג, אז אן "עי-טי-עם" מאשין ארבעט נישט, און האבן באשלאסן אויסצופארשן וואס ס'גייט פאר, אראפרופנדיג די טעכניקער צו עפענען די מאשין. ווי ערשטוינט זענען זיי געווען, צו טרעפן ווי א גרויסע ראט באשעפעניש האט זיך באקוועם געמאכט אינעווייניג אין דער מאשין, און האט זיך געפיטערט מיט די הויפנס קעש וואס זענען דארט געליגן. ס'איז נישט קלאר וואס דער צושטאנד מיט'ן ראט איז יעצט, אבער האפנטליך וועלן זיי נישט ארעסטירן דעם ראט אפגעטיילט פון זיינע קינדער...
הוסף רשומת תגובה