פון יוסי געשטעטנער

ווען מען דעבאטירט אמעריקע'ס אימיגראציע סיסטעם ביים גרעניץ פון מעקסיקא, זענען דא אזעלכע וואס דערמאנען אונזערע זיידעס וואס זענען אהערגעקומען נאכ'ן קריג. אבער אונזערע זיידעס האבן איבערגעלעבט א האלאקאוסט וואו מען האט אויסגעמארדעוועט גאנצע פאמיליעס, און ווען זיי זענען צוריק אהיימגעגאנגען צו זייערע שטעטלעך האט מען ווייטער גע'הרג'עט; זיי האבן נישט געהאט צופיל לענדער וואו אריינצוגיין, און פונדעסטוועגן זענען זיי על פי רוב געשטאנען אין ליניע אסאך מאל יארן צו אריינקומען, און ווען זיי זענען אריין געקומען איז עס געווען בעיקר לעגאל.

פון די אנדערע זייט האט מען מענטשן קעגן וועם עס איז נישט פארהאן קיין האלאקאוסט; מענטשן וועלכע קענען זיך אריבערציען צו אנדערע שטעט אין זייערע היים לענדער אויב האבן זיי לאקאלע שוועריגקייטן; מענטשן וועלכע האבן א צאל לענדער אויף די דרום זייט פון די גרעניץ וואו צו גיין וואוינען מיט די זעלבע שפראך און קולטור, און מענטשן וועלכע באקומען א מאיאריטעט פון די יערליכע איין מיליאן וויזאס פאר נייע בירגערשאפט אין אמעריקע. מען קען דעבאטירן צי אמעריקע דארף ארייננעמען מער אדער ווייניגער מענטשן יערליך; מען קען דאבעטירן וויפיל פון די 450 מיליאן מענטשן וואס וואוינען דרום פונעם גרעניץ זאלן אריינקומען צוליב די שוועריגקייטן וואס עס הערשט דרום פונעם גרעניץ, אבער צו זאגן אז מען דארף שטיצן געזעצלאזיגקייט און כאאס ביים גרעניץ ווייל אונז זענען אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבער, איז שאנדפול מיאוס.

עס איז קלאר אז עס פעלט זיך אויס צו האבן הארץ און געפיל ווען עס קומט צו געזעץ אינפארסירונג; צי עס ביים גרעניץ און צי עס איז ביי מענטשן אין אמעריקע ספעציעל ווען עס האנדלעט זיך פון קלענערע פארלעצונגען, מען זאל אבער נישט גרינג שעצן און פאליטיזירן די פיין פון מלחמה געליטענע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל