מאַסיווע בוי–אַרבעט אין פולן שוואונג ביי עקזיט– 131 וואודבורי. — די אָנווייזונגען וואָס זאָגן אָן פאַר די מאָטאָריסטן אַז זיי דערנענטערן זיך צו אַן אַקטיווע בוי–אַרבעט זאָנע הייבט זיך אָן דריי מייל פריער, אָבער גרייטן זיי קוים פאַר די כאַאָטישע סצענע וואָס זיי באַגעגענען זיך ביי די צוזאַמענטרעף פון רוטס 17 , 32 און 6 און די ניו יאָרק סטעיט טרואוועי. זעקס חדשים נאָכדעם וואָס די סטעיט טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט האָט געשאָנקען אַ צוויי-יעריגע קאָנטראַקט צו "יאָנקערס קאָנטראַקטינג" און "עיטש–ען– טי–בי" פאַר די פּראָיעקט, געפינט זיך די 150 מיליאָן דאָלערדיגע אונטערנעמונג איבערצומאַכן עקזיט– 131 איז פולן שוואונג. אומעטום וואו מאָטאָריסטן קוקן, נייע בריקן, טונעלן, רעמפּס, אינטערסעקשאָנס, ראָודס און פּאַרקינג–לאַטס זענען אין איין פאַזע פון בוי–אַרבעט.
די פאַרקער איז איבערגערוקט געוואָרן, צומישענדיג דאָס אָרט פון געוויסע 'טוירנס', צו ערמעגליכן די בוי–אַרבעט פון אַ ניי ליניע אויף די צפון–זייט פון רוט– 32 און אַ נייע בריק איבער רוט– 17 . די יעצטיגע מוסטער וועט בלייבן אַזוי ווי עס ביז ענדע 18 ', ווען די בוי–אַרבעט וועט ווידער ווערן איבערגערוקט. "יאָנקערס קאָנטראַקטינג" האט שוין געשאַפן אַ צייטווייליגע פּאַרק-ענד-רייד פאַר "שאָרט ליין" קאָסטומערס אויף דעם בערגל הינטער די "גאָלף" גאַז–סטאַנציע און צואוואַרפט אַ טייל פון די אַלטע פּלאַץ אויסצוברייטערן רוט– 32 . די הייוועי וועט האָבן פיר אָדער זעקס עפענונגען צווישן "וואודבורי קאַמען" און רוט– 6; און איר ענדגילטיגע שטריך וואָס וועט זיין אַ "דיימאָנד אינטערטשעידזש" וואו עס האַקט איבער רוט– 17 , וועט האָבן אַכט עפענונגען.
רוט– 17 ביי רוט– 32 (עקזיט– 131) וועט איבערגעמאַכט ווערן אין אַ "פאַרצווייגטע דיימאָנד אינטערטשעידזש", וואָס וועט פאַרלייכטערן דאָס אַרומפאָרן פאַר מאָטאָריסטן און רעדוצירן עקסידענטן אין די קאָרידאָר. דער "דיימאָנד אינטערטשעידזש" וועט געבן לינקע 'טוירנס' לענגאויס די פאַרקער פריי פון טרעפיק–סיגנאַלן, עלימינירנדיג די אָנגעלייגטקייט וואָס האָט געפּלאָגט די אינטערטשעידזש פאַר יאָרן — ספּעציעל ביים אַריינפאָרן צו די טרואוועי. רוט– 32 וועט אָנהאַלטן אירע זיבן טרעפיק– סיגנאַלן, אָבער זיי וועלן אַקטיוויזירט ווערן דורך די לעצטע טרעפיק–קאָנטראָל טעכנאָלאָגיע צו האַלטן אַן–אויג אויף די פאַרקער און טוישן די צייט פון די גרינע– לייטס דורכאויס די פאַרנומענע און נישט- פאַרנומענע פאַרקער צייטן. "יאָנקערס" וועט אויבויען אַ צווייטע בריק איבער רוט– 17 אויף די מערב זייט פון רוט– 32 , צו שאַפן די "דיימאָנד אינטערטשעידזש". פאַרקער אויף רוט– 17 וועט איבערגערוקט ווערן ווען יעדע זייט פון די בריק ווערט געבויט ווערן.
בעק–אַפּס אין די וועסט–באַונד ליניעס קענען פאַרברייטערט ווערן אַזוי ווייט ווי די טרואוועי טאָל–פּלאַזאַ אין די וויקענדס. רוט– 17 וועט גענידערט ווערן מיט פיר פיס אונטער רוט– 32 בעת די פּראָיעקט גייט פאָראויס, נאָכצוקומען די נייע פעדעראלע 'קליערענס' סטאַנדאַרטן פאַר בריקן איבער אינטערסטעיט הייוועיס. די נייע הייך וועט זיין 16.5 פיס. די פּראָיעקט וועט אויך צושטעלן אַ צוקונפטיגע דריטע לעין אין יעדע ריכטונג לענגאויס דעם רוט– 17 קאָרידאָר, צו אַקאָמאָדירן צוקונפטיגע טרעפיק–וואוקס.
סקאָט גייגער, דער רעגיאָנעלער בוי– אַרבעט אינזשעניר פון די "די–אָו–טי" האט געזאגט, אַז אַלעס וואָס זיי טוען האָט אַ ציל. ער זאָגט, אַז רוט– 32 פארקער וועט אריבערגעפירט ווערן צו די נייע בריק, ווי נאָר עס וועט זיין פארטיג, און דערנאָך וועט "יאָנקערס" ערזעצן די אַלטע בריק. די צווילינג בריקן און דער "דיימאָנד אינטערטשעידזש" וועט זיין די לעצטע עלעמענט פון די פּראָיעקט צו ווערן געעפענט.
אין דער זעלבער צייט, איז די נייע ראָוד וואָס וועט לויפן פון רוט– 32 דורכ'ן באָדן פון מאָנראָ-וואודבורי סקול, נעבן די עלעמענטאַרע סקול צו די היי און מידל סקולס, שוין אויסגעפאָרעמט און ווערט ערוואַרטעט צו זיין פאַרטיג איבער'ן זומער און גרייט צום באַנוץ ווען סקול עפענט זיך אין סעפּטעמבער. די נייע מאָנראָו- וואודבורי היי–סקול דרייוו עקסטענשאן פאַר די לאָקאַלע סקול–באָס פאַרקער, וועט פאַרבינדן די היי–סקול מיט די עלעמענטאַרע סקול און ערלויבן סקול–באָסעס צו מער זיכערע צוטריט פון פילע זייער ראָודס אָן האָבן צוטריט צו ניינינגער ראָוד און רוט– 32 . אין דער זעלבער צייט וועט איבערגעמאַכט ווערן אַ טייל פון די סקול פּאַרקינג–לאַט. די ספּעציעלע באָסעס ראָוד איז געצילט צו באַזייטיגן רוב פון די באָס פאַרקער פון רוט– 32 און דאָס דירעקטירן איבער דאָנדערבערג און ניינינגער ראָודס. א נייע טרעפיק–סיגנאַל וועט צוגעשטעלט ווערן ביי די אינטערסעקשאָן פון דאָנדערבערג און ניינינגער ראָודס.
די פאַרקער סיגנאַל אויף רוט– 32 ביי די אַריינגאַנגען צו די עלעמענטאַרע סקול און אויף די פאַרקערטע זייט פון די הייוועי צו "וואודבורי קאַמען" וועט ווייטער אָנהאַלטן, אָבער די שאַפּינג–מאָל וועט האָבן דריי אַריינגאַנגען ווען די פּראָיעקט איז פאַרטיג. די רעמפּ צו די "וואודבורי קאַמען" אַרויסצופאָרן פון די טרואוועי טאָל–פּלאַזאַ ווערט ערזעצט דורך אַ נייע ראָוד נעבן רוט– 32 וואָס פירט צו טרעפיק–סוירקלס וואָס וועט פאַרבינדן די שאַפּי נ ג–מאָל'ס "רינג ראָוד". דערנאָך וועלן די ב ל ויז–אַרויסגאַנג ליניעס פון "וואודבורי קאַמען" ווערן פאַרוואַנדעלט צו בלויז–אַריינגאַנג פאַר נאָורט–באַונד רוט–32.
גייגער זאגט עס וועט ליגן אויף "וואודבורי קאַמען" צו באַשליסן וויאַזוי אָנצוצייכן די דריי–פאַכיגע אַריינגאַנגען און דירעקטירן דעם פאַרקער אין זייער באָדן. דער טרעפיק–סוירקל איז טייל פון די פאַרלענגערונג פון ניינינגער ראָוד און איינער פון צוויי וואָס וועלן צוגעלייגט ווערן צו איר. די ראָוד, וואָס לויפט צווישן קרית יואל און רוט– 32 , ווערט אויסגעצויגן אונטער די שאָסיי. אויף די סקול–זייט פון ניינינגער ראָוד, וועט די ערשטע טרעפיק–סוירקל דירעקטירן דעם פאַרקער צו רוט– 32 סאַוט–באַונד אָדער אונטער רוט– 32 צו די צווייטע טרעפיק– סוירקל צו "וואודבורי קאַמען" און אויך צפון– זייט פון רוט– 32.
פאַר איר טייל, וועט די טרואוועי–אויטאָריטי פאַרוואַנדלען די הערימען טאָל–פּלאַזאַ פאַר נאָורטבאַונד פאַרקער צו אַ קעשלאָזער סיסטעם. פאַר סאַוטבאַונד פאַרקער פון טרואוועי'ס טיקעט טייל פון די סיסטעם, וועלן פאַרבלייבן צוויי טאָל ליניעס פאַר מאָטאָריסטן מיט איזי–פּעס אָדער קעש. די באַשטימטע צייט צו זיין פאַרטיג איז אָקטאָבער 18'. די פּראָיעקט וועט זיין פאַרטיג דאָס יאָר און וועט אויך פאַרגרעסערן די ווייטקייט צווישן די טאָל–פּלאַזאַ און די רוט– 32 רעמפּס פאַר איר זיכערהייט און די פאַרקער–פאַרנעם
הוסף רשומת תגובה