בריסל – נעכטן האט מען געהערט א נייעם פלאן, וואס די אייראפעאישע יוניאן לענדער באטראכטן, וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן ענדלאזן פלייץ פון מיטל–מזרח פליטים קיין אייראפע. די אייראפעאישע לענדער פלאגן זיך מיט'ן פאקט, אז אינאיינעם מיט די פליטים און אימיגראנטן קומען אויך אריין אסאך טעראריסטן און קרימינאלן, און ס'איז נישטא קיין וועג וויאזוי זיי געהעריג דורכצוזוכן און וויסן זייערע היסטאריעס. דעריבער איז יעצט אויפגעקומען דער נייער פארשלאג, אז אייראפע וועט בעטן די מיטל–מזרח לענדער, צו לאזן דעם אייראפעאישן יוניאן אוועקשטעלן ספעציעלע פליטים צענטערן אין זייערע לענדער, און דארטן וועלן אלע פליטים מוזן דורכגיין גרונטליכע אונטערזוכונגען, בעפאר'ן ערלויבט ווערן צו קומען קיין אייראפע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל