בערלין – אויטאריטעטן אין דייטשלאנד האבן ארעסטירט א פארשוין ביים נאמען סאמי עי, וויבאלד יענער ווערט באשולדיגט אז ער איז א געוועזענער לייבוועכטער פונעם פארשטארבענעם טעראר–פירער אסאמא בין לאדין, און אויך אז ער איז אליינס נאך אלץ פארמישט אין טעראר אקטיוויטעטן. דייטשלאנד זוכט שוין צו דעפארטירן סאמי עטליכע יאר, וועלנדיג אים אהיימשיקן צו זיין היימלאנד טוניזיע, אבער עס האבן זיך שטענדיג געמאכט לעגאלע פראבלעמען. אצינד זאגן דייטשע פראקורארן אז די פראבלעמען זענען עלימינירט, און מען דערווארט אז היינט אינמיטן טאג וועט סאמי ווערן דעפארטירט קיין טוניזיע.
הוסף רשומת תגובה