וואשינגטאן – אין א גרויסן זיג פאר דעם אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ און זיין אגענדע, האט דער סופרים קאורט נעכטן דערקלערט, אז דעם פרעזידענט'ס "טראוועל פארבאט" אויף בירגער פון עטליכע לענדער וועמענ'ס בירגער זענען א מערהייט מוסולמענער, איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע.
א מערהייט פון די ריכטער, די 5 קאנסערוואטיוון, האבן געשריבן אין זייער אורטייל, אז דער פרעזידענט האט די פולע קאנסטיטוציאנעלע מאכט צו בלאקירן סיי וועלכן אויסלענדישן בירגער אריינצוקומען אין לאנד, אויב זעט ער אז דאס ברענגט אן ערנסטן געפאר פאר אמעריקע'ס נאציאנאלע זיכערהייט.
די ריכטער האבן אויך ספעציפיש אפגעווארפן די טענות און קלאגעס, אז דער "טראוועל פארבאט" איז באזירט אויף דיסקרימינאציע קעגן דער מוסולמענער רעליגיע, שרייבנדיג אינעם אורטייל אז עס מאכט בכלל נישט אויס אז טראמפ האט בעפאר'ן איינשטעלן דעם פארבאט זיך אויסגעדרוקט שארף קעגן מוסולמענער.
דער אורטייל איז דער סאמע ערשטער גרויסער סופרים קאורט אורטייל אויף א טראמפ פאליסי, און דערצו איז דער אורטייל שטארק סימבאליש, וויבאלד דער טראוועל פארבאט איז פאקטיש געווען די ערשטע גרויסע פאליסי אונטערנעמונג פון פרעזידענט טראמפ, באלד אין דער ערשטער וואך נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

הוסף רשומת תגובה