ענגלאנד – די אובער טעקסי פירמע האט נעכטן צוריקבאקומען איר לייסענס צו קענען אנגיין אין לאנדאן, אבער דערווייל איז עס נאר אויף פראבע. די לאנדאנער אויטאריטעטן האבן פאראיאר געהאט סוספענדירט אובער סערוויס אין דער שטאט, צוליב פובליק סעיפטי פראבלעמען, ווען מען האט געהאט געהערט א סאך אינצידענטן מיט אובער דרייווערס, און בכלל "פרייוועסי" זארגן פון קאסטומערס. יעצט זאגן די לאנדאנער אויטאריטעטן, אז אובער האט שוין געמאכט א סאך פאזיטיווע טוישונגען, און דעריבער שענקט מען דעם צוריק א צייטווייליגע לייסענס, פאר פופצן מאנאטן, צו זען צי זיי האבן טאקע פארראכטן די פראבלעמען און די זארגן פונעם פובליק.
הוסף רשומת תגובה