ירושלים – די אל-על פלי-געזעלשאפט האט ארויסגעשטעלט נייע רעגולאציעס איבער זייערע פלי-רייזעס, זאגנדיג אז פון היינט און ווייטער, אויב וועט א פאסאזשיר בעטן אז ער וויל זיך טוישן זיץ, ווייל ער וויל נישט זיצן נעבן א פרוי צוליב צניעות, וועט ער באלד אראפגעווארפן ווערן פונעם פליגער.

די נייע פאליסי, אומסענסיטיוו צו פרומע אידן, איז געמאלדן געווארן אלס רעזולטאט פון דעם וואס עטליכע חרדי'שע אידן האבן אויף א פליגער פאריגע וואך, אויפ'ן וועג פון ניו יארק קיין תל אביב, געבעטן אז זיי ווילן זיך טוישן פלאץ, און א שטורעם איז אנטשטאנען, און די פליגער האט שטארק געשפעטיגט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל