באסטאן – א הונדערט-יעריגע אלטע שוהל אין באסטאן, וועלכע דינט יעצט בלויז אלס אידישער צענטער, וועט באקומען א האלבן מיליאן דאלאר פון די לאקאלע שטאטישע אויטאריטעטן, צו קענען אונטערנעמען וויכטיגע רענאוואציע ארבעט, וואס פעלט זיך אויס צו פארזיכערן אז דער שוהל ווערט פרעזערווירט אויף לאנגע ווייטערדיגע יארן, און צעפאלט נישט צוליב איר אלטקייט. די רעדע איז פונעם "ווילנער שוהל", וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן אין תרע"ט, באלאנגענדיג פאר די "קהל אנשי ווילנא" וואס איז באשטאנען פון אידן וועלכע זענען יענע יארן געקומען פון דער ליטע קיין אמעריקע, אנטלויפנדיג פון די ערשטע צייכנס פון די אנטיסעמיטישע ווינטן וואס האבן דארט אנגעהויבן בושעווען.
הוסף רשומת תגובה