ניו יארק – א באריכט דורך "סי-בי-עס ניוז" נעכטן האט געצייגט, אז דער געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר, מייקל בלומבערג, קלערט ערנסט צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2020 קעגן אמטירנדן פרעזידענט דאנאלד טראמפ. בלומבערג האט שוין געקלערט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2008, אין 2012 און אין 2016, ווען ער האט געוואלט לויפן אלס אינדעפענדענט, אבער די באריכטן זענען אז אין 2020 וועט ער לויפן אלס דעמאקראט. לויט די באריכטן, האט בלומבערג חרטה פאר'ן נישט לויפן אין 2016, און דאסמאל וויל ער נישט פארפאסן דעם שאנס. אויב לויפט ער טאקע, וועט ער זיין דער סאמע רייכסטער און עלטסטער פערזאן אין אמעריקאנער היסטאריע צו לויפן פאר פרעזידענט.
הוסף רשומת תגובה