ארעגאן – איין איינוואוינער אין בענד, ארעגאן, וועלכער לויפט פאר מעיאר, האט אן אמביציעזע פאליסי פלאטפארמע, צווישן אנדערן וויל ער עלימינירן קארס און אפשטעלן סיי וועלכע אנגייענדיגע קאנסטרוקציע פראיעקט. דער איינוואוינער איז ניי אין פאליטיק, אבער איז א לאנגיעריגער לאקאלער איינוואוינער, באקאנט פאר פילע ביזנעסער אין דער שטאט, און נאך א זאך: עס איז א קאץ. לעאנארדא עף בענד איז 5 און א האלב יאר, און די גוים אין דער שטאט בענד זענען גענוג משוגע, אז זיי האבן עס ערלויבט אפיציעל ארויפצוגיין אויפ'ן שטים צעטל אלס א קאנדידאט פאר מעיאר. דער קאץ פארמאגט א געהעריגן קאמפיין הויפטקווארטיר, מיט איינגעשטעלטע וואלונטירן, קאמפיין פראפאגאנדע און אלע צוגעהערן – אבער די גאנצע זאך איז בלויז א שפיל דורך חיות-ליבהאבער, וועלכע ווילן דערמיט שיקן א סימבאלישן מעסעדזש פאר "חיות רעכטן" אין אמעריקע...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל