וואשינגטאן – דער ריקאל און ווארענונג נישט צו עסן געשניטענע מעלאנע, צוליב א סאלמאנעלע אויסברוך, איז אויסגעברייטערט געווארן צו 23 סטעיטס. דער ריקאל אפעקטירט געשניטענע מעלאנע פון דער ״קעיטאו פודס״ פירמע, וואס ווי די אויטאריטעטן זאגן, זענען שוין זעכציג מענטשן אנגעשטעקט געווארן דערפון. פון די זעכציג, האבן 31 מענטשן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג. די אויטאריטעטן האבן אויך געווארנט אז מען זאל נישט עסן קיין שום פארטיגע פרוכט סאלאט וואס מען ווייסט נישט פון וואו די פרוכטן קומען, וויבאלד עס איז שטארק מעגליך אז עס ליגט דערין געשניטענע מעלאנע פון דער דערמאנטער פירמע.
הוסף רשומת תגובה