קוויבעק – אמעריקע׳ס אמבאסאדארשע צו כינע האט באקומען א טויט סטראשע, אלס רעזולטאט פון די אנגייענדיגע האנדלס קריגעריי צווישן אמעריקע און קאנאדע. די סטראשע איז אנגעקומען צו אמבאסאדארשע קעלי קראופט דורך דער פאסט, און דער קאנאדישער פאסט טרעגער האט באמערקט ווייסע שטויב נאך איידער ער האט אריינגעלייגט דעם ענוועלאופ פאר דער אמבאסאדאר. די פאליציי זענען אנגעקומען און גענומען די שטויב פאר טעסטס, אבער עס איז צוריקגעקומען אז די שטויב איז אומשעדליך. ווי מען הערט, האט דער בריוו געסטראשעט אמבאסאדאר קראופט מיט טויט, אויב רעזיגנירט זי נישט זאפארט פון איר אמט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל