וואשינגטאן – האומלענד סעקיוריטי באאמטע זאגן, אז זיי האבן פאריגן מיטוואך אויפגעכאפט א פרישע סייבער אטאקע דורכגעפירט דורך צפון קארעא העקערס. די פרישע העקעריי דורך צפון קארעא אויף אמעריקאנער קאמפיוטערס, איז געקומען צוויי טעג נאכדעם וואס טראמפ האט זיך געטראפן מיט קים יאנג אן, וועלכער האט פארשפראכן אז די וועלט וועט זען גאר גרויסע טוישונגען און אז ער וויל גוט לעבן מיט אמעריקע. די העקערס האבן גענוצט א סאפטוועיר וואס הייסט "הידען קאוברעס", וואס דאס טוט פאראליזירן גאנצע קאמפיוטער נעטווארקס אויפאמאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל