וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין טשעירמאן, פאול מענעפארט, איז אפיציעל אן ארעסטאנט אין א פעדעראלער טורמע, נאכדעם וואס א ריכטער האט פרייטאג דערקלערט אז ער מוז איינגעזעצט ווערן און קען נישט בלייבן אויף דער פריי. מענעפארט האט נאך דריי מאנאטן צו גיין ביז עס וועט זיך אנהייבן זיין פראצעס, וואו ער ווערט געקלאגט אויף ערנסטע פינאנציעלע פארברעכנס, און ביז יעצט איז ער געווען אויף דער פריי פאר א גרויסע סומע בעיל. למעשה האט דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער אויפגעדעקט, אז מענעפארט האט פרובירט צו לייגן דרוק אויף עדות, זיי זאלן זאגן ליגנט, און דעריבער איז דער ריכטער איבערגעצייגט געווארן אז מענעפארט קען נישט בלייבן פריי. ער וועט יעצט זיצן דריי מאנאטן, אין דעם "נארטערן נעק רידזשענעל" שפיטאל אין ווארשא, ווירדזשיניע.
הוסף רשומת תגובה