וואשינגטאן – עס הערשט כאאס און צעמישעניש אין וואשינגטאן, נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט אז ער וועט נישט אונטערשרייבן א מעסיגן אימיגראציע ביל, וועלכע ווערט יעצט דעבאטירט אין קאנגרעס, און שפעטער האט דאס ווייסע הויז געזאגט אז ער וועט עס יא אונטערשרייבן. דער ביל איז מעסיג, צו וועלכע סיי קאנסערוואטיוון און סיי מעסיגע אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי שטימען מיט, וויבאלד עס וועט שענקען 25 ביליאן דאלאר פאר טראמפ'ס גרעניץ וואנט און עלימינירן געוויסע וויזא פראגראמען – און אין דער זעלבער צייט וועט עס באשיצן די "דאקא" אימיגראנטן, און איינצוימען די טראמפ אדמיניסטראציע'ס פאליסי פון צעטיילן קינדער פון זייערע עלטערן ביים אריינקומען אומלעגאל דורכ'ן גרעניץ.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל