לאנדאן – די בריטישע קעניגין האט באעהרט א אידישן וועטעראן פון דער בריטישער ארמיי, באקומענדיג א מעדאל פאר זיין סערוויס אין דעם בריטישן מיליטער ביים צווייטן וועלט קריג. דער 101 יעריגער איד מורדאנט קאהן איז שטארק געווען פארמישט אין די בריטישע מיליטערישע אפעראציעס ביים קריג, זייענדיג אויך עמיצער וואס האט זיך אנגענומען פאר אנדערע אידישע זעלנער, צושטעלנדיג כשר'ס און אנדערע אידישע סערוויסעס. ווי קאהן האט ביי א געלעגנהייט דערציילט, האט ער זיך אנגעשלאסן אין דעם בריטישן מיליטער ביים צווייטן וועלט קריג, נאכדעם וואס ער האט געהערט שרעקעדיגע געשיכטעס פון נאצישע אנטיסעמיטישע אקטן פון די אידישע קליינע קינדער וואס זענען אנגעקומען קיין ענגלאנד מיט'ן באקאנטן "קינדער טראנספארט".
הוסף רשומת תגובה