וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס לויער רודי זשוליאני, האט נעכטן געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האט "ווארשיינליך" די לעגאלע מאכט און אויטאריטעט זיך אליינס צו פארדאנירן און ריינוואשן פון קרימינאלע קלאגעס קעגן אים. זשוליאני'ס מאדנע קאמענטארן זענען געקומען איין טאג נאכדעם וואס דער ניו יארק טיימס האט אויפגעדעקט אז טראמפ'ס לויערס האבן אנהייב יאר געשיקט א שארפן בריוו צו ראבערט מוללער. אינעם בריוו האבן טראמפ'ס לויערס געשריבן פאר מוללער, אז דער פרעזידענט האט די פולע לעגאלע מאכט צו ברענגען זיין גאנצע אויספארשונג צו אן ענדע. די לויערס האבן אויך געשריבן פאר מוללער, אז טראמפ וועט נישט מסכים זיין פאר אן אינטערוויו מיט מוללער, און אז טראמפ וועט נוצן זיין מאכט צו פארדאנירן, אז זיינע נאענטע זאלן זיך קענען ארויסדרייען פון לעגאלע אנקלאגעס דורך מוללער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל