וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזוכט זיך אפצושאקלען פון זיין געוועזענעם קאמפיין מענעדזשער, פאול מענעפארט, שרייבנדיג אויף טוויטער אז אויב וואלט ער געוואוסט אז די עף-בי-איי איז פארנומען אויסצופארשן מענעפארט, וואלט ער אים קיינמאל נישט אויפגענומען פאר א פאזיציע אין זיין קאמפיין. טראמפ האט אינעם מעסעדזש ווידערהאלט אז מענעפארט איז אריינגעקומען אין זיין קאמפיין גאר שפעט און האט בלויז געארבעט פאר אים א גאר קורצע צייט, און טראמפ האלט אז די עף-בי-איי וואלט אים געדארפט ווארענען אז זיי זענען אינמיטן אן אויספארשונג אויף מענעפארט. עס ווערט ארויסגעהויבן אז מענעפארט האט טאקע געשפילט א ראלע אינעם טראמפ קאמפיין בלויז פון מערץ יאר 16' ביז אוגוסט יענעם יאר, אבער ער איז געווען קריטיש ביים רעפובליקאנער קאנווענשאן, פארזיכערנדיג אז טראמפ באקומט די נאמינאציע.

הוסף רשומת תגובה