באסטאן – דער עירוב אין שעראן, מאסעטשוסעטס איז וואנדאליזירט געווארן עטליכע מאל אין די לעצטע וואכן, און די לאקאלע פאליציי פירן אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס שטייט אונטער דעם. דער עירוב איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר תשנ"א, צו דינען די ארטיגע אידישע איינוואוינער, און ערב די לעצטע פאר שבתים, האבן די אידן באמערקט אז אויף עטליכע פלעצער איז דאס עירוב-בענדל צעריסן. אויך האבן די וואנדאלן צעבראכן די רערן און אנדערע טיילן פונעם עירוב. די שעראן פאליציי דעפארטמענט האט פובליצירט בילדער פון דעם וואנדאליזם, און געזאגט אז די אידישע געמיינדע אין שטאט האט ארויסגעשטעלט א געלט באלוין פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וואס וועט פירן צו אן ארעסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל