דמשק – דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד זאגט, אז ער פלאנירט אפצושטאטן א באזוך אין צפון קארעא, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט קים יאנג אן, וואס דאס וועט זיין דער סאמע ערשטער צוזאמטרעף צווישן קים און א צווייטן וועלט פירער אינעם צפון קארעאר הויפטשטאט פיאנגיענג. צפון קארעא און סיריע האבן היפש נאענטע באציאונגען, און מ'האט געהערט אין די לעצטע יארן עטליכע מאל באשולדיגונגען דורך יו-ען אינספעקטארס אז צפון קארעא האט געהאלפן דעם אסאד רעזשים צו לייגן א האנט אויף פרישע כעמישע וואפנס, וואס אסאד האט גענוצט אויף זיינע בירגער. אסאד'ס געפלאנטע זיצונג מיט קים, קומט געציילטע טעג בעפאר טראמפ'ס היסטארישן סאמיט מיט קים.
הוסף רשומת תגובה