בערלין – נאטא'ס הויפט סעקרעטאר-גענעראל יאן סטאלטענבערג האט געזאגט, אז די נאטא מיליטערישע אליאנץ וועט נישט פארטיידיגן מדינת ישראל, אין פאל זי ווערט אטאקירט דורך איר ארכי-שונא איראן. סטאלטענבערג האט - ווי שוין נעכטן באריכטעט - געמאכט די קאמענטארן אין אן אינטערוויו מיט דער דייטשער צייטונג "דער שפיגל", ארויסברענגענדיג אז מדינת ישראל איז טאקע א שותף אין נאטא, אבער נישט א פולקאמער מיטגליד, פאלט זי דעריבער נישט אונטער נאטא'ס "זיכערהייט גאראנטי". סטאלטענבערג האט נאך קלארער געזאגט, אז נאטא איז בכלל נישט פארמישט אין די שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די אראבער, און איז בכלל נישט אן אויטאריטעט אריינצורעדן אין די קאנפליקטן אינעם מיטל מזרח ראיאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל