לאנדאן – עקאנאמיסטן און עקספערטן ווארענען, אז עס וועט אויסברעכן א כמעט-הומאניטארישע קריזיס אין ענגלאנד, מיט א מאנגל אין עסנווארג, גאזאלין און מעדיצינען, אויב וועט די בריטישע רעגירונג נישט האבן דערגרייכט א האנדלס-אפמאך מיט אייראפעאישע לענדער, איידער דער ברעקזיט גייט אריין אין אפעקט קומענדיגן יאר. די עקספערטן זאגן אז די אפעקטן פון א ברעקזיט אן קיין האנדלס-אפמאך, וועלן זיך אנהייבן שפירן אין בלויז געציילטע וואכן נאכדעם וואס ברעקזיט גייט אריין אין קראפט, ווען סופערמארקעטס, גאזאלין סטאנציעס און שפיטעלער וועלן אויסלויפן פון לעבנס-וויכטיגע פראדוקטן – און דעריבער ליגט דרוק אויף דער בריטישער רעגירונג אויסצוארבעטן די האנדלס-אישו גאר אמשנעלסטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל