וואשינגטאן – אין דער צייט וואס צווישן אמעריקע און כינע גייען אן געשפרעכן, אויסצוגלייכן דיפערענצן און געפעכטן אויפ'ן עקאנאמישן האנדלס פראנט, האט מען געהערט אין די לעצטע פאר טעג, אז ס'האט זיך שטארק פארשארפט די מיליטערישע רעטאריק צווישן די צוויי לענדער, ספעציפיש איבער כינע'ס שריט אינעם דרום כינע ים.

צווישן אנדערן האט מען געהערט פון אמעריקע'ס פארטיידיגונגס סעקרעטאר, דזשעימס מעטיס, וועלכער האט געזאגט אז אמעריקע וועט נישט בלייבן שטיל אין דער צייט וואס כינע שפרייט אויס איר אנוועזנהייט און אירע וואפנס אויף אומלעגאלע אינזלען לענגאויס דעם דרום כינע ים. מעטיס האט קלארגעשטעלט, אז אמעריקע וועט זיך נישט אפהאלטן פון צו טון מיליטערישע אפציעס אפצושטעלן כינע'ס שריט.

אין רעאקציע, האט כינע'ס הויפט גענעראל הע ליע געזאגט, אז מעטיס' קאמענטארן זענען "אומפאראנטווארטליך", און אז כינע וועט נישט בלייבן שטיל דערוועגן. גענעראל ליע האט קלארגעשטעלט, אז כינע האט די פולע רעכט צו שיקן טרופן און וואפנס אינעם דרום כינע ים, און אמעריקע האט נישט די מינדעסטע אויטאריטעט אריינצורעדן דערין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל