ניו יארק – אכט פאסאזשירן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער "סאוטוועסט" לופטליניע, איבער דעם קאטאסטראפאלן אינצידענט וואס האט פאסירט פארלאפענעם אפריל, ווען א פענסטער פון א פליגער איז אויסגעשאסן געווארן און עס האט געקאסט דאס לעבן פון א פרוי. די אכט פאסאזשירן האבן אריינגעגעבן זייער אנקלאגע אינעם ניו יארק סטעיט סופרים קאורט, זאגנדיג אז די לופטליניע האט פארלעצט זייערע לעגאלע פאראנטווארטליכקייטן, דורכ'ן נישט האלטן דעם פליגער אין בעסטן און שטארקסטן פארמאט, און נישט דורכפירנדיג די נויטיגע פארריכטונגען פונעם פליגער און די מאטארן. אויסער "סאוטוועסט", רעכענען אויס די פאסאזשירן אין זייער קלאגע די "באואינג" פירמע און אנדערע פירמעס וואס האבן געבויט די מאטארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל