אילינאי – פעדעראלע פראקורארן האבן נעכטן געמאלדן קלאגעס קעגן א 56 יעריגן איראנער ביזנעסמאן, וועלכער האט פרובירט ארויסצושמוגלען מאטעריאלן וואס מ'נוצט אין דער מיסיל אינדוסטריע, פון אילינאי קיין איראן. דער געקלאגטער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס סאאיד וואלאדבאגי, און די באשולדיגונג איז, אז ער האט אין יאר 2011 פרובירט צו שמוגלען אלומינום רערן, וואס מ'נוצט אין מיסילס און פאר ציווילע פליגערס – וואס די מאטעריאלן זענען שטארק איינגעצוימט און קאנטראלירט, אונטער די אינטערנאציאנאלע "נוקלעארע נאנפּראליפירעישאן" אפמאכן. וואלאדבאגי איז דערווייל נישט אונטער ארעסט און ווערט באטראכט אלס אן "אנטלאפענער פון יוסטיץ" – אבער די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן נישט געזאגט וואו זיי קלערן אז ער געפינט זיך.
הוסף רשומת תגובה