אלבאני – ניו יארק סיטי וועט זיין געצווינגען אויסצולעשן אירע צענדליגער ספיד קאמערעס איבער דער שטאט, נאכדעם וואס דער ניו יארק סטעיט סענאט איז דורכגעפאלן צו באשטעטיגן א ביל וועלכע וואלט אויטאריזירט ווייטער צו דעקן די קאסטן פון די קאמערעס. דער ביל איז באשטעטיגט געווארן אינעם סטעיט אסעמבלי, אבער רעפובליקאנער אינעם סטעיט סענאט האבן בלאקירט דעם ביל פון דורכגיין, און נעכטן איז אפיציעל געקומען צו אן ענדע די יעצטיגע אלבאני רעגירונג סעסיע און אלע געזעצגעבער זענען שוין אהיים פאר'ן זומער. דער ביל וואלט אויך אויטאריזירט צענדליגער נייע קאמערעס, און דער פאקט אז די סטעיט געזעצגעבער זענען דורכגעפאלן דאס צו באשטעטיגן, האט געברענגט גרויס אויפברויז אין דער סיטי, וואו מעיאר ביל דעבלאזיא האט געזאגט אז "דאס וועט ברענגען פאטאליטעטן".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל