וואשינגטאן – פרישע פעדעראלע ציפערן צייגן אז דזשעראד קושנער און זיין פרוי האבן פארדינט 82 מיליאן דאלאר אין דרויסנדיגע פארדינסטן פאראיאר. קושנער און זיין פרוי באקומען נישט באצאלט פאר זייערע פאזיציעס אין ווייסן הויז, אבער דאך פארדינען זיי ווייטער געלט פון זייערע אינוועסטמענטס און דרויסנדיגע ביזנעסער, אריינגערעכנט דאס וואס טראמפ'ס טאכטער האט פארדינט 4 מיליאן פון איר שעיר אין טראמפ האטעל אין וואשינגטאן, און דאס וואס קושנער האט פארדינט 70 מיליאן דאלאר פון זיינע ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס. דאס קושנער פארפאלק ווערט אראפגעריסן פאר'ן אנהאלטן זייערע ביזנעס באציאונגען און פארדינסטן בשעת'ן ארבעטן אין ווייסן הויז, ווייל דאס גיט די מעגליכקייט פאר דרויסנדיגע זיי צו באאיינפלוסן.
הוסף רשומת תגובה