פיניקס - אן אמעריקאנער גרעניץ וועכטער, וועלכער האט געהאלטן אינמיטן דער ארבעט פון באוואכן די גרעניץ צווישן מעקסיקא און די פאראייניגטע שטאטן, איז געשאסן און שווער פארוואונדעט געווארן דורך מיסטריעזע פארשוינען. די שיסעריי האט פאסירט אויף א פופציג-טויזנט אקער פעלד, וועלכע לויפט לענגאויס דעם גרעניץ צווישן מעקסיקא און אריזאנע, און דאס פעלד איז א פאפולערע ארט פאר דראג שמוגלער און אומלעגאלע אימיגראנטן זיך אריינצוכאפן קיין אמעריקע. דזשים טשילטאן, דער אייגנטימער פונעם מאסיוון פארם, האט נעכטן געזאגט אז די שיסעריי איז זיכער דורכגעפירט געווארן דורך אומלעגאלע אימיגראנטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל