וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל, האט נעכטן געמאכט היסטאריע, ווען ער איז אפיציעל געווארן דער סאמע לענגסט-דינענדיגער סענאט רעפובליקאנער פירער אין אמעריקאנער היסטאריע. נעכטן איז געווען מעקאנעל'ס 4,179'סטע טאג אלס סענאט רעפובליקאנער פירער, וואס ער האט באקומען די פאזיציע אין יאנואר 3 2007 און ער האלט עס שוין אן זינט דאן. מיט'ן זיין אזוי לאנג דער רעפובליקאנער סענאט פירער, איז מעקאנעל איבערגעשטיגן געוועזענער סענאטאר באב דאול, וועלכער האט ביז יעצט געהאלטן דעם רעקארד – און נעכטן האט מען געהערט גראטולאציעס און רעדעס אינעם סענאט און קאנגרעס, אין ריכטונג פון מעקאנעל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל