קרית יואל - די קרית יואל ווילעדזש וועט טראנספארמירט ווערן אין די "טאון אוו פאלם טרי" אין ווייניגער פון זעקס חדשים, פיל פריער ווי די אריגינאלע פלאן, נאך וואס די סטעיט אסעמבלי האט געשטימט מיט אן איבערוויגענדע מערהייט פון 116 אנטקעגן 1 צו באשטעטיגן דאס צואיילן די פראצעדורן צו קענען גרינדען די טאון אוו פאלם טרי. די איין שטימע דערקעגן איז געקומען פון א רעפובליקאנער סטעיט סענאטאר וואס טוט פארטרעטן א דיסטריקט נאענט צו קרית יואל, און איז נישט געשטיצט געווארן ביי די וואלן דורך די אידישע וויילער.

די ביל אין סטעיט סענאט איז געספאנסערט געווארן דורך דעם רעפובליקאנער סענאטאר ביל לארקין, אין די אסעמבלי איז דאס געספאנסערט געווארן דורך דעם דעמאקראט דזשעימס סקופיס, וועלכער לויפט צו ערזעצן סענאטאר לארקין אין די קומענדיגע וואל פארמעסט.

אריגינאל איז געווען געפלאנט אז די טאון זאל ווערן געגרינדעט אום 2020, אבער אויף די פארלאנג פון ביידע זייטן איז דאס צוריקגעריקט געווארן צו 2019. די ביל וועט אצינד ארויפגערוקט ווערן צו יאנואר 1, און וועט אצינד גיין צו די טיש פון דעם גאווערנער, וועלכער איז ערווארטעט דאס צו אונטערשרייבן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל