פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט יעצט א 'דירעקט ליין' מיטן נארט קארעא פירער און אז 'קים' האט אויך איינס מיט אים; טענה'ט אז נארט קארעא האט זיך פארפליכטעט צוריקצוגעבן אלע איבערבלייבענישן פון דער קארעא מלחמה פון ארום 7,500 סאלדאטן
פאריגע ענדע וואך, ביים סוף פון דער היסטארישע סאמיט אין סינגעפאר, איז באקאנט געווארן אין אמעריקע די נייעס, אז פרעזידענט טראמפ האט זיך אויסגענומען מיט נארט קארעא א תנאי בל יעבור, אז צפון קארעא מוז צוריקגעבן אלע איבערבלייבענישן און ווי אויך באשיצן די קברים, פון די סאלדאטן וואס זענען אומגעקומען אדער פעלן פונעם קארעא מלחמה, ארום 7,500 אין צאל, וואס מען גלויבט אז רוב דערפון - בערך ארום 5,300 - זענען אדער אומגעקומען אדער פארלוירן געווארן אין נארט קערעא. פרעזידענט טראמפ האט זיך קלאר געמאכט ביז צו א מאקסימום, אז ער האט זיך קלאר אויסגענומען מיט 'קים יאנג אן' פאריגן וואך ביים היסטארישן סאמיט, אז אלע איבערבלייבענישן פון די אמעריקאנער סאלדאטן וואס זענען אומגעקומען ביים קארעא קריג, מוזן צוריקגעגעבן ווערן פארן ספעציעלן אמעריקאנער אגענטור וואס גיבט זיך אפ מיטן צוריקברענגן איבערבלייבענישן פון געפאלענע אמעריקאנע סאלדאטן.
די אישו מיט די איבערבלייבענישן פון די קארעא מלחמה, איז שוין א אלטע און זייער א ווייטאגליכע. עס גייט שוין צוריק איבער זעכציג יאר ביים קארעא מלחמה וואס איז פארגעקומען אין די פופציגער יארן, וואס ווי באקאנט האט דער דאן-פרעזידענט אייזענהאוער אריינגעשיקט אמעריקאנער טרופן צו דער קארעא האלב אונזל, כדי אפצושטעלן די סאוויעטן און צפון קארעא פון באהערשן אויך דרום קארעא. נאכן זיך אפשלאגן פאר עטליכע יאהר, האט מען געשלאסן א 'נישט אנגריפס פאקט', וואס מיינט אז א יעדער בלייבט מיט וואס ער האט אין זיינע הענט, און פון דאן איז געבוירן געווארן דער היינטיגער גרעניץ פון צפון קארעא און דרום קארעא. ביים דעמאלטסדיגן קריג, האט אמעריקע פארלוירן די אויבנדערמאנטע צאל סאלדאטן, און מען שאצט אז כאטשיג אויף 5,300 סאלדאטן האט דער צפון קארעא רעזשים א באגריף ווי זיי ליגן באערדיגט. במשך די אלע יארן האט שוין אמעריקע פראבירט אומצאליגע מאל דאס צו ערלעדיגן, אבער אן ערפאלג. ביז דערווייל האבן הונדערטער פאמיליעס געווארט צו הערן עפעס א גריס פון זייערע נאנסטע. אצינד האט פרעזידענט טראמפ דאס אריינגעשטעלט אין דער דיל, וואס ווערט אצינד אויסגעארבעט צווישן אמעריקע מיט צפון קארעא.
פרעזידענט טראמפ האט זיך אויך געאייסערט "אז די פראגרעס איבער אונזערע געשפרעכן זעצט פאר אויף א אומגלויבליכע טעמפא, און איך שאץ אז עס וועט נישט געדויערן לאנג ביז מיר וועלן האבן א פערטיגע געשריבענע הסכם". פרעזידענט טראמפ האט אטאקירט זיינע פולע קריטיקירער'ס אז ער האט למעשה זיך אומגעקערט אהן קיין שום ממשות אין זיינע הענט, זאגענדיג "איין זאך האב איך יא אהיימגעברענגט אין מיינע הענט, און דאס איז דרך אגב א ליבעראלע אישו.., 'איך האב פארמיטן א נוקלעארע מלחמה', "ווען איך מאך ווען נישט דער סאמיט מיט נארט קארעא, וואלט זיך ווען דאס זיכער דערקייקעלט צו א נוקלעארע מלחמה".., "און איך זאג אייך איר וועט נאך זיין זייער סורפרייזד. מיר וועלן אינאיינעם מאכן אזא סארט היסטארישע טויש אויפן קארעא פענינסעלע, אז איר וועט זיך נישט גלייבן די אייגענע אויגן..., עטץ וועט שוין
נישט האבן פון וואס חוזק צו מאכן.... פרעזידענט טראמפ האט זיך אויך געאייסערט אז ער האט שוין יעצט א זייער דירעקטע ליין מיט 'קים יאנג אן', "און איך קען אים אנרופן ווען איך וויל", "און ער קען מיך אנרופן ווען ער וויל", "ממילא איך זאג אייך זאכן רוקן זיך אסאך שנעלער ווי איר טראכט, גרייט'ס אייך פאר גרויסע מאמענטן.

הוסף רשומת תגובה