ניו יארק סטעיט אסעמבלי פירט אדורך געזעץ צו פארוואנדלן ניו יארק'ס העלט סיסטעם אין א "יונעווערסעל העלט קעיר"; וועט ווארשיינליך פארהאנקערט ווערן אינעם סטעיט סענאט; פראמינענטע ניו יארק'ע ישיבה שענקט 'א מזוזה' פאר דער גאווערנאר'ס פאלאץ
דער ניו יארק סטעיט אסעמבלי האט נעכטן אדורכגעפירט א געזעץ, וואס קען שטארק אפעקטירן אלע איינוואוינער פון ניו יארק סטעיט, און בפרט היימישע אידן. דער אסעמבלי האט באשטעטיגט א געזעץ וואס וועט פארוואנדלען דער ניו יארק סטעיט העלט סיסטעם, אין א "יונעווערסעל העלט קעיר סיסטעם", וואס דאס מיינט אז קיין איינער דארף מער נישט צאלן פאר העלט אינשארענס, סיי ארעם און סיי רייך, וויל דאס ווערט אטאמאטיש באצאלט פון דער רעגירונג פאר אלע בירגער גלייך. די כוונה פון דער געזעץ איז, אז מענטשן וואס פאלן אריין צווישן די שפאלטענעס, ווייל זיי פארדינען צופיל געלט צו קריגן סטעיט מעדיקעיד, אבער פון די אנדערע זייט קענען זיי זיך נישט ערלויבן בשום אופן צו באצאלן די געשוואלענע אינשארענס פרייזן, אט אזעלכע מענטשן וועלן יעצט קענען לעבן רואיג וויסענדיג אז עס ווענד זיך מער נישט אין וויפיל געלט מען פארדינט, נאר אלע ניו יארקע גלייך, זענען בארעכטיגט אין שטאטישע העלט קעיר. דער פראבלעם פון דער סיסטעם איז, אז אלע גוטע דאקטורים טוען פארלאזן אזעלכע סארט סטעיטס, וויל ווי געווענליך איז דא א מאקסימום וויפיל דער סטעיט באצאלט פאר געוויסע סערויסעס, און אז אלע מענטשן פון דער סטעיט האבן אטאמאטישע סטעיט אינשארענס, וועלכע נאר וועט באצאלן פאר א ספעציעלע דאקטאר מיט קעש? דעריבער טוען גוטע דאקטורים אויסמיידן אזעלכע סארט סטעיט'ס ווי א נישט גוטע...
אבער ווי געזאגט פריער, וועט די געזעץ מן הסתם פארהאנקערט ווערן אין דער סטעיט סענאט, ווארום די קאנטראלירענדע רעפובליקאנער סענאטארן וועלן נישט צולאזן אזא ליבעראלע געזעץ.., כאטש וואס פאר מערסטענס פון אונזערע היימישע אידן איז אזא געזעץ א גרויסע ברכה, וואס קען האפענטליך לינדערן איינמאל פאר אלעמאל די שרעקליכע העלט קעיר פרייזן, אבער - ווי געזאגט - וועט דאס לכאורה סיי ווי נישט פאסירן.
אין אנדערע נייעס האט מען היינט געהערט, אז א פראמינענטע ניו יארקע ישיבה האט געשאנקן פאר דער "גאווערנארס פאלאץ" אין אלבעני, "א מזוזה"...!
דער גאווערנארס פאלאץ איז לעצטענס אריבער רענאוואציעס, און אצינד ווען מען פערטיגט עס, האט א ישיבה געשאנקן פארן גאווערנאר א מזוזה, זאגענדיג אז עס וועט אים זיין צו א שמירה. דער גאווערנאר האט דאס אויפגעהאנגען אויפן פאדערשטער טויער פונעם גאווערנארס פאלאץ, זאגענדיג דערביי מיט שטאלץ אז עס איז אים א כבוד צו האבן אזא חשובע אידישע ארטיקל אין זיין פאלאץ, בפרט אז ער איז שוין יארן באקאנט מיט אידן, נאך פון זיין טאטענ'ס צייטן, און ער איז זיכער אז דאס וועט אים זיין צו א שמירה.

הוסף רשומת תגובה