האנדוראס – אן עלטערער איד איז געשאסן און אומגעברענגט געווארן ה"י, דורך דריי באוואפנטע פארשוינען אין האנדוראס. דאס האט פאסירט אין דער שטאט קאטאקאמאס, וואו דער 70-יעהריגער איד ראובן פרענקלין ע"ה, אן ארץ ישראל'דיגער געבוירענער, וואוינט שוין פאר כמעט פערציג יאר און פארמאגט דארטן א סוקסעספולע ביזנעס פון פארקויפן בהמות און טשיקנס. ער איז געשאסן געווארן דורך דריי באוואפנטע פארשוינען וועלכע זענען דורכגעפארן זיין הויז ווילדערהייט אויף מאטאר-ביציקלעך, און געשאסן אין זיין ריכטונג, אבער די פאליציי זאגט אז ס'איז נישט געווען אנטיסעמיטיזם, נאר א רעזולטאט פון א פריוואטן ביזנעס געפעכט.

Illustrative photo of a gun. (Olivier Fitoussi/Flash90)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל